Arun Schaechter Viswanath
arunviswanath.bsky.social
Arun Schaechter Viswanath
@arunviswanath.bsky.social
recommendations algorithm/ML strategist. yiddish translator of http://HarryPotter.olniansky.com. #aspiraglot and serial language forgetter. musicmaking. அத்தர தான்
פ׳ האזינו

פֿאַרנעמט איר הימלען, און איך װעל רעדן, און זאָל הערן די ערד די רײד פֿון מײַן מױל. זאָל טריפֿן װי רעגן מײַן לערנונג, זאָל רינען װי טױ מײַן װאָרט; װי אַ גוסרעגן אױף גראָז און װי שפּרײרעגן אױף קרײַטעכץ. װאָרום דעם נאָמען פֿון ה׳ װעל איך רופֿן; גיט גרױסקײט צו אונדזער גאָט.
October 3, 2025 at 7:51 PM
פ׳ וילך

און משה איז געגאַנגען, און האָט גערעדט די דאָזיקע װערטער צו גאַנץ ישׂראל. און ער האָט צו זײ געזאָגט: אַ מאַן פֿון הונדערט און צװאַנציק יאָר בין איך הײַנט; איך קען ניט מער אַרױסגײן און אַרײַנגײן; און גאָט האָט צו מיר געזאָגט: װעסט ניט אַריבערגײן דעם דאָזיקן יַרדן. ה׳ דײַן גאָט, ער גײט אַריבער דיר פֿאַרױס...
September 26, 2025 at 3:17 AM
פ׳ נצבים

איר שטײט הײַנט אַלע פֿאַר ה׳ אײַער גאָט, אײַערע הױפּטלײַט, אײַערע שבֿטים, אײַערע עלטסטע, און אײַערע אױפֿזעערס, אַלע מענער פֿון ישׂראל, אײַערע קלײנע קינדער, אײַערע װײַבער, און דײַן פֿרעמדער װאָס אין דײַן לאַגער, פֿון דײַן האָלצהעקער ביז דײַן װאַסערשעפּער; אַז דו זאָלסט אַרײַנטרעטן אין דעם בונד פֿון ה׳ דײַן גאָט...
September 19, 2025 at 9:13 PM
פ׳ כי תבוא

און עס װעט זײַן, אַז דו װעסט קומען אין דעם לאַנד װאָס ה׳ דײַן גאָט גיט דיר פֿאַר אַ נחלה, און װעסט עס אַרבן, און זיך זאָלסטו נעמען פֿונעם ערשטן פֿון יעטװעדער פֿרוכט פֿון דער ערד, װאָס דו װעסט אַרײַננעמען פֿון דײַן לאַנד װאָס ה׳ דײַן גאָט גיט דיר, און זאָלסט אַרײַנטאָן אין אַ קאָרב, און גײן צו דעם אָרט...
September 9, 2025 at 12:59 AM
פ׳ כי תצא

אַז דו װעסט אַרױסגײן אין מלחמה אַקעגן דײַנע פֿײַנט, און יהוה דײַן גאָט װעט זײ געבן אין דײַן האַנט, און װעסט פֿאַנגען פֿון זײ געפֿאַנגענע, און װעסט זען צװישן די געפֿאַנגענע אַ פֿרױ שײן אין געשטאַלט, און װעסט זי גלוסטן, און װעסט זי דיר װעלן נעמען פֿאַר אַ װײַב...
September 3, 2025 at 2:07 AM
פ׳ שופטים

ריכטער און אױפֿזעער זאָלסטו דיר מאַכן אין אַלע דײַנע טױערן, װאָס ה׳ דײַן גאָט גיט דיר, לױט דײַנע שבֿטים; און זײ זאָלן משפּטן דאָס פֿאָלק מיט אַ גערעכטן משפּט. זאָלסט ניט פֿאַרדרײען אַ משפּט; זאָלסט ניט דערקענען קײן פּנים, און ניט נעמען שוחד, װאָרום שוחד מאַכט בלינד די אױגן פֿון קלוגע...
August 26, 2025 at 11:45 AM
פ׳ ראה

זע, איך לײג פֿאַר אײַך הײַנט אַ ברכה און אַ קללה; די ברכה, אױב איר װעט צוהערן צו די געבאָט פֿון ה׳ אײַער גאָט, װאָס איך געביט אײַך הײַנט, און די קללה, אױב איר װעט ניט צוהערן צו די געבאָט פֿון ה׳ אײַער גאָט, און איר װעט זיך אָפּקערן פֿון דעם װעג װאָס איך באַפֿעל אײַך הײַנט, כּדי צו גײן נאָך פֿרעמדע געטער...
August 25, 2025 at 12:00 PM
פ׳ עקב

און עס װעט זײַן, דערפֿאַר װאָס איר װעט צוהערן די דאָזיקע געזעצן, און װעט היטן און זײ טאָן, װעט יהוה דײַן גאָט דיר היטן דעם בונד און די גענאָד װאָס ער האָט געשװאָרן דײַנע עלטערן. און ער װעט דיך ליב האָבן, און װעט דיך בענטשן, און דיך מערן, און ער װעט בענטשן די פֿרוכט פֿון דײַן לײַב, און די פֿרוכט פֿון דײַן ערד...
August 24, 2025 at 6:34 PM
Big prize to whoever can provide the correct phonetic transcription of אָהַא
August 8, 2025 at 6:27 PM
פ׳ ואתחנן

און איך האָב געבעטן צו גאָט אין יענער צײַט, אַזױ צו זאָגן: גאָט דו האַר, דו האָסט אָנגעהױבן װײַזן דײַן קנעכט דײַן גרױסקײט און דײַן שטאַרקע האַנט; װאָרום װער איז דער גאָט אין הימל אָדער אױף דער ערד װאָס זאָל טאָן אַזױ װי דײַנע טוּונגען און אַזױ װי דײַנע גבֿורות?

www.sefaria.org/Deuteronomy....
August 4, 2025 at 1:20 PM
פ׳ דברים

דאָס זײַנען די װערטער װאָס משה האָט גערעדט צו גאַנץ ישׂראל אױף יענער זײַט יַרדן, אין מדבר, אין דעם פּלױן, אַקעגן סוף, צװישן פּאָרָן און צװישן תּוֹפֿל, און לָבֿן, און חַצֵרות, און די-זָהָבֿ. עלף טעג איז פֿון חוֹרֵבֿ ביז קָדֵש-ברנֵעַ אױף דעם װעג פֿון באַרג שֵׂעִיר.

archive.org/details/nybc...
August 4, 2025 at 12:12 PM
פ׳ מטות־מסעי

און משה האָט גערעדט צו די הױפּטלײַט פֿון די שבֿטים פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, אַזױ צו זאָגן: דאָס איז די זאַך װאָס גאָט האָט באַפֿױלן: אַז אַ מאַן װעט טאָן אַ נדר צו גאָט, אָדער שװערן אַ שבֿועה, צו אַסרן אױף זיך אַן איסור, זאָל ער ניט פֿאַרשװעכן זײַן װאָרט; אַזױ װי אַלץ װאָס גײט אַרױס פֿון זײַן מױל, זאָל ער טאָן.
July 21, 2025 at 1:49 PM
פ׳ פנחס

און גאָט האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: פּינחס דער זון פֿון אֶלעָזָר, דעם זון פֿון אַהרן דעם כֹּהן, האָט אָפּגעקערט מײַן גרימצאָרן פֿון די קינדער פֿון ישׂראל מיט װאָס ער האָט זיך אָנגענומען פֿון מײַנעטװעגן צװישן זײ, און איך האָב ניט פֿאַרלענדט די קינדער פֿון ישׂראל אין מײַן צאָרן.
July 20, 2025 at 1:50 AM
פ׳ בלק

און בָלָק דער זון פֿון צִפּוֹרן האָט געזען אַלץ װאָס ישׂראל האָט געטאָן צום אֶמוֹרי. און מוֹאָבֿ האָט זיך זײער דערשראָקן פֿאַר דעם פֿאָלק, װײַל זײ זײַנען געװען פֿיל, און מוֹאָבֿ איז געװען אין אַנגסט פֿאַר די קינדער פֿון ישׂראל.

www.sefaria.org/Numbers.22.2...
July 11, 2025 at 11:39 AM
פ׳ חקת

און גאָט האָט גערעדט צו משהן און צו אַהרֹנען, אַזױ צו זאָגן: דאָס איז דאָס געזעץ פֿון דער תּוֹרה, װאָס גאָט האָט באַפֿױלן, אַזױ צו זאָגן: רעד צו די קינדער פֿון ישׂראל, זײ זאָלן דיר ברענגען אַ רױטע קו, אַ גאַנצע, װאָס אין איר איז ניטאָ קײן מום, װאָס אױף איר איז ניט אַרױף קײן יאָך.

archive.org/details/nybc...
July 10, 2025 at 4:59 PM
פ׳ קרח

און קֹרַח דער זון פֿון יִצהר, דעם זון פֿון קהָת, דעם זון פֿון לֵוִין, און דָתָן און אַבֿירָם, די זין פֿון אֶליאָבֿן, און אוֹן דער זון פֿון פּלֶתן, קינדער פֿון ראובֿן, האָבן גענומען, און זיך געשטעלט פֿאַר משהן מיט צװײ הונדערט און פֿופֿציק מאַן פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, פֿירשטן פֿון דער עדה, גערופֿענע פֿון דער אײַנזאַמלונג...
June 27, 2025 at 12:02 PM
פ׳ שלח

און גאָט האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: שיק דיר מענטשן, זײ זאָלן אױסקוקן דאָס לאַנד כּנַעַן, װאָס איך גיב צו די קינדער פֿון ישׂראל; צו אײן מאַן, צו אײן מאַן פֿאַר זײַן פֿאָטערשטאַם זאָלט איר שיקן; איטלעכער אַ פֿירשט צװישן זײ.

archive.org/details/nybc...

www.sefaria.org/Numbers.13.1...
June 27, 2025 at 11:59 AM
פ׳ בהעלותך

און גאָט האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: רעד צו אַהרֹנען און זאָלסט זאָגן צו אים: אַז דו צינדסט אָן די ליכט זאָלן די זיבן רערלעך לײַכטן פֿאָרנט צו פֿון דער מנוֹרה. און אַהרן האָט אַזױ געטאָן: ער האָט אָנגעצונדן די רערלעך פֿאָרנט צו פֿון דער מנוֹרה, אַזױ װי גאָט האָט באַפֿױלן משהן.

archive.org/details/nybc...
June 13, 2025 at 7:24 PM
פ׳ נשא

און גאָט האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: נעם אױף די צאָל אױך פֿון די קינדער פֿון גֵרשוֹן לױט זײערע פֿאָטערהײַזער, לױט זײערע משפּחות. פֿון דרײַסיק יאָר אַלט און העכער, ביז פֿופֿציק יאָר אַלט, זאָלסטו זײ צײלן, איטלעכן װאָס קומט דינען אין דינסט, צו טאָן אַרבעט אין אוֹהל-מוֹעד.

www.sefaria.org/Numbers.4.21...
June 12, 2025 at 11:41 PM
פ׳ במדבר

און גאָט האָט גערעדט צו משהן אין מדבר סינַי, אין אוֹהל-מוֹעד, אין ערשטן טאָג פֿון צװײטן חוֹדש, אין צװײטן יאָר נאָך זײער אַרױסגײן פֿון לאַנד מִצרַיִם, אַזױ צו זאָגן: נעמט אױף דעם מספּר פֿון דער גאַנצער עדה פֿון די קינדער פֿון ישׂראל לױט זײערע משפּחות...

www.sefaria.org/Numbers.1.1?...

archive.org/details/nybc...
June 12, 2025 at 11:36 PM
פ׳ בהר-בחקתי

און גאָט האָט גערעדט צו משהן אױפֿן באַרג סינַי, אַזױ צו זאָגן: רעד צו די קינדער פֿון ישׂראל, און זאָלסט זאָגן צו זײ: אַז איר װעט קומען אין דעם לאַנד װאָס איך גיב אײַך, זאָל דאָס לאַנד האַלטן אַ שבת צו גאָט.

archive.org/details/nybc...

www.sefaria.org/Leviticus.25...
June 12, 2025 at 11:30 PM
פ׳ אמור

און גאָט האָט געזאָגט צו משהן: רעד צו די כֹּהנים, די זין פֿון אַהרֹנען, און זאָלסט זאָגן צו זײ: קײנער זאָל זיך ניט פֿאַראומרײניקן אָן אַ טױטן צװישן זײַן פֿאָלק; סײַדן אָן זײַנעם אַ לײַב-קרוב װאָס איז נאָנט צו אים, אָן זײַן מוטער, און אָן זײַן פֿאָטער, און אָן זײַן זון, און אָן זײַן טאָכטער, און אָן זײַן ברודער.
May 16, 2025 at 4:38 PM
פ׳ אחרי מות־קדושים

און גאָט האָט גערעדט צו משהן נאָך דעם טױט פֿון אַהרנס צװײ זין, װען זײ האָבן גענענט פֿאַר גאָט, און זײַנען געשטאָרבן; און גאָט האָט געזאָגט צו משהן: רעד צו דײַן ברודער אַהרֹנען, אַז ער זאָל ניט אַרײַנגײן צו יעטװעדער צײַט אין הײליקטום...

archive.org/details/nybc...
May 13, 2025 at 12:36 PM
פ׳ תזריע־מצורע

און גאָט האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: רעד צו די קינדער פֿון ישׂראל, אַזױ צו זאָגן: אַ פֿרױ אַז זי װעט געלעגן װערן, און געבערן אַ ייִנגל, זאָל זי זײַן אומרײן זיבן טעג; אַזױ װי די טעג פֿון דער אָפּזונדערונג אין איר קראַנקשאַפֿט זאָל זי זײַן אומרײן.

archive.org/details/nybc...
April 29, 2025 at 1:11 PM
פ׳ שמיני

און עס איז געװען אױפֿן אַכטן טאָג, האָט משה גערופֿן אַהרֹנען, און זײַנע זין, און די עלטסטע פֿון ישׂראל. און ער האָט געזאָגט צו אַהרֹנען: נעם דיר אַ קאַלב, אַ יונג רינד, פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער, און אַ װידער פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער, אָן אַ פֿעלער, און זײַ מקריבֿ פֿאַר גאָט

archive.org/details/nybc...
April 25, 2025 at 7:13 PM